וויקאציע
$3,610.43
Raised
85
Donations
$7,500
Goal
אט איז שוין זומער...
מען האט זיך שוין געפאקט די פעק, מען האט צוזאמענגענומען קינד אין קייט, און מען פאר ארויס אויף די בערג, א גאנץ יאר ווארט מען שוין אויף דער מאמענט, ווען מען קען שוין אביסל אפאטעמען פונעם גאנץ יעריגן געלויף, און געניסן פון דעם באשעפערס נאטור, און פארברענגן צווישן די ביימער און גראז, מען הערט די פייגעלעך ווי זיי זינגען זמירות למלך א-ל חי, ווען א קילער לופט'ל צושפרייט זיך אונטער דעם גאנצן האריזאנט, און אפילו דער וואס גייט נישט אין קאנטרי אויף א גאנץ זומער, דאך איז דער ענין פון וויקאציע א זאך וואס מען היפט נישט איבער, מען ערלויבט זיך אראפצונעמען א וואך צוויי און מען פארט ארויס אויף א וויקאציע, כדי זיך אביסל אויפצופרישן און זיך אויסבלאזן פונעם פרעשור וואס מען לעבט א גאנץ יאר, מען טוט זיך אנשעפן פרישע כוחות צו קענען ווייטער אנגיין, אמאל ערלויבט מען זיך צו גיין אויף א שטיקל אויספליג און א פארק, אמאל באגניגט מען זיך מיט א שווים, און אמאל סתם אזוי מען רוהט זיך אפ.
אה, ווי בא'טעמ'ט זענען די שבתים, די זונטאג'ס, מען זיצט אונטער א בוים איבער א אפענע ספר און מען פארבייסט אביסל קאלטע פרוכט וואס דער בני בית האט צוגעברענגט, אט זעצט זיך צו א חבר און מען פארברענגט מיט געשמאקע זכרונות פון היינט און אמאל, אט זעהט מען א טאטע מיט זיין משפחה כאפט א שפאציר מיטן גאנצן געזונדל, מען הערט אויס די די קינדערישע באמערקונגען, און אויך די קינדער ווארטן שוין א גאנץ יאר צו זעהן זייער טאטע אין אזא רואיגע גיסטע, מען שוועבט אין א אנדערע וועלט.
בקיצור דער עולם איז אויף וויקאציע...
אבער... לאמיר נישט פארגעסן פון א איד וואס לעבט אין גאנץ א אנדערע וועלט, בערך דריי שעה ווייט פון אונז זיצט א היימישער איד, א טאטע פון א חשובע משפחה, א ראש המשפחה פון קינדער און אייניקלעך כ"י, וואס ער האט שוין 17 יאר נישט זוכה געווען צו גיין אויף 'וויקאציע', שוין 17 יאר וואס ער האט נישט קיין 'אפרוה' אדער א געלעגנהייט צו מאכן א שטיקל הפסק פון זיינע שווערע ליידן,
זיינע יסורים און ליידן זענען 17 יאר ברציפות!
במשך פון די 17 יאר, האבן שוין אסאך פון די וועכטער – פון די פארשידענע תפיסות ווי ער איז אדורך – שוין "ריטייערט" און דינען שוין נישט אין אמט, אבער עס זענען אנגעקומען אויף זייער פלאץ פרישע וואס יעדן טאג טוען זיי מיט א פרישקייט ארויסגעבן נייע גזירות און באגרענעצונגען, איהם ענג צו מאכן דאס לעבן!
במשך פון די 17 יאר, זענען שוין אסאך פון זיינע אחים לצרה – מיט וועמען ער איז אפגעזיצן אין ליידן - שוין באפרייט געווארן, זיי האבן שוין געפראוועט זייערע "סעודת הודאה", און האבן שוין אנגעהויבן פון פריש זייער לעבן, אבער הר"ר מרדכי יצחק שליט"א זיצט נאך אלץ אונטער די זעלבע אומשטענדן פאר גאנצע 17 יאר!
במשך פון די 17 יאר, זענען שוין געווען 3 פרעזידענטן אין אמעריקא, מען האט זיך שוין צו יעדען געבעטן פאר רחמים, אבער ליידער איז אלעס געפאלן אויף טויבע אויערן און ער זיצט נאך אלץ און זיינע זעלבע ליידן וואס ווערן פארשטארקערט מיום אל יום!
וואס קענען מיר טוען?!
מיר קענען איהם אריינברענגען א שטיקל אור אין תפיסה, מיר קענען איהם טאקע נישט ארויסנעמען 'בפועל' פאר א 'וויקאציע' אבער מיר קענען איהם ארויסנעמען 'במחשבה' פאר אפאר שעה, ווען מען גייט וויזיטין א ארעסטאנט אין תפיסה אין מען פארברענגט מיט איהם איז ער אין די פאר שעה פאקטיש נישט אין תפיסה, און די פאר שעה ברענגט מען איהם אריין אין א אנדערע וועלט, און די פאר שעה זעהט ער פאר זיך א ווארים הארץ פון א ברידער וואס אינטערעסירט זיך אין איהם, ער הערט אויס זיין מצב, ער קען זיך ארפרעדן פון זיין הארץ, מען פארברענגט מיט דברי התחזקות, דיבורי אמונה, און די פאר שעה איז ער נישט ארומגענומען 'בלויז' מיט די הארצלאזע וועכטער וואס שרייען אויף יעדע קלייניקייט, ער איז נישט ארומגענומען בלויז מיט די גענגסטער, ער הערט א גרוס פון די פרייע וועלט, עס איז פאקט וואס הר"ר מרדכי יצחק שליט"א שרייבט שטענדיג פאר אלע זיינע באזוכער, אז אין די פאר שעה וואס מען האט פארברענגט מיט איהם איז ער פאקטיש נישט געווען אין תפיסה, ער האט געשפירט א טעם פון א מעין פון א 'וויקאציע'...
אבער, מצד השני זענען די קאסטן פון א וויזט זייער גרויס, צוליב וואס דער תפיסה איז זייער ווייט, דעריבער זענען די קאסטן פון די צוויי מאל א וואך וויזיטן צווישן 350-500$, וואס דאס לייגט ארויף א גאר גרויסער עול אויף די משפחה, און די משפחה קען דאס פשוט נישט דערהייבן...!
לאמיר אריינטראכטן, צו מעג געלט זיין א אפהאלט אז א איד וואס מאכט שוין אזויפיל מיט, זאל כאטש נישט האבן די מינומום וואס מיר קענען איהם טוען, און איהם פארשפארן אביסל פון זיינע יסורים ער זאל כאטש האבן א וויזיטער ווען עס איז מעגליך?!
אחים יקרים, רחמנים בני רחמנים!
רופט אייך אן ווארים צום וויקאציע קאמפיין און מיר וועלן זיכער מאכן אז ער זאל האבן יעדע איינציגע וואך גענוג וויזיטערס אז מיר זאלן כאטש זיין רואיג אז מיר האבן געטון אלעס וואס איז מעגליך איהם צו פארגרינגערן!
געדענקט! ווען איר גייט א באקוועמע וויקאציע האט אינזין אייער ברידער פאר א שטיקל וויקאציע בשעה הדחק
ובזכות זה זאל אייך השי"ת העלפן אז איר זאלט זוכה זיין צו כל טוב וטוב ברכה און הצלחה מיט א שמירה עילאה פארן גאנצן זומער.
שלמה סאמעט
בן הר"ר מרדכי יצחק שליט"א
ארויפצוגיין אויף די ליסטע צו באקומען דעם "גליון מודה אני" יעדע וואך קליקט דא
Donor Wall6
mb so | $36
372728267181002
Unknown Unknown | $100
Yakkov Green | $62.22
Joel | $10.61
Aaron | $180
Chaim Lowy | $26