Help Mordechai Samet. - העלפט הרב מרדכי יצחק סאמעט הי"ו

פארוואס מיר דארפן שטיצן אחב"י יושבי חושך וצלמות
עס איז גענצליך איבריג צו מסביר זיין אז "געלט" איז א וויכטיגע זאך אין לעבן, אבער ווען עס קומט צו די אידן וואס לעבן צווישן די ווענט אין תפיסה, ביי די אידן איז אין אלגעמיין אנגענומען אז זיי דארפן נישט קיין געלט, טראץ וואס יעדער 'פארשטייט' אז דאס שמאכטן אין תפיסה איז נישט קיין באטעמ'טער עסק, יעדער פארשטיט אז עס איז פארבינדן מיט יסורי הגוף והנפש, אבער דאך איז אנגענומען אז איין זאך איז פאר איהם לייכטער מען האט נישט דער 'עול הפרנסה', ווייל לכאורה דארף מען דאך נישט קיין געלד..., צוליב וואס די 'דיפארטמענט אף פריזאנס' 'פארזארגן' דאך מיט 'אש"ל מלא', און מען קען דאך סיי ווי נישט קויפן קיין עסן, קליידונג, וכדו', און וואס פאר א ניצן קען מען שוין ניצן געלט, מען מעג דאך נישט אריינשיקן קיין "קעש" צווישן די ווענט פון תפיסה, און עס קען זיך טאקע דאכטן אז דארטן עקזיסטירט נישט דער גאנצער באגריף פון געלט, אייגנטליך, פארוואס זאל מען אנדערש טראכטן אויב האט מען נאך ב"ה קיינמאל נישט באטרויטן די ווענט פון תפיסה?
דעריבער לאמיר אייך אביסל באקאנט מאכן מיט דער אמת'דיגער מציאות!
ווייל אליבא דאמת, אויך דארט אין תפיסה ווען מען זיצט הינטער די אייזערנע גראטעס איז געלט "זייער" א וויכטיגער ארטיקל, און מען קען גאר אסאך פארלייכטערן דער מצב פון א ארעסטאנט ווען ער זאל ווען האבן א שפע פון געלט,
אמת טאקע, אז אינעוווייניג אין דער טורמע איז בכלל נישט ווי אויף דער פריי, עס איז נישטא קיין "סטאק מארקעט" ווי מען קען זיין א שפעקולאנט און האנדלען אדער מאכן א גוטער אינוועסמענט, און אזוי אויך זענען דארט נישטא קיין גרויסע "שאפינג צענטערן" ווי מען קען זיך איינהאנדלען עפעס סחורה אדער א ביליגע מציאה אויף א סעיל, אבער עס איז דאך דא אן אייגענע וועלט אין וועלכן די ארעסטאנטן דארפן האבן זייערע אייגענע געברויכן.
אמת טאקע אז אין תפוסה באקומט יעדער איינער - אפילו ווער עס האט נישט קיין פרוטה אחת - די מינימאלסטע געברויכן, ווי בשטימטע גרינע קליידער צום אנטון, און א בעט מיט א ליילעך אויף צום שלאפן, מען באקומט דריי מאל א טאג א מאגערע מאלצייט, - אויב אזעלכע קליינע פארציעס מיט א שלעכטן קוואליטעט קען בכלל אנגערופן ווערן א מאלצייט - אבער חוץ מזה באקומט מען גארנישט..., און גארנישט מיינט טאקע גארנישט!
די געברויכן פון די ארעסטאנטן
אויב אמאל פלעגן די פעדעראלע תפיסה ביורא אויך צושטעלן די מער פשוטע אייינפאכע געברויכן, ווי זייף, ציין פיץ, אשר-יצר פאפיר, און אנדערע היגיענישע געברויכן. איז אבער היינט גאר אנדערע צייטן, יעדעס מאל וואס די 'ביורא' האט בודזשעט פראבלעמען, נעמען זיי זיך די ערשטע צו שניידן זאכן וואס מען פלעגט געבן פאר ארעסטאנטן, צום ביישפיל, זיי פלעגן אמאל אומזיסט צושטעלן זייף צו וואשן קליידער, אדער זיי פלעגן געבן אן אומבאגרעניצטע צאל פון שרייב פאפיר, פעדערס, קאנווערטן, אשר-יצר פאפיר, זייף, וכדומה, אבער צוביסלעך האבן זיי אנגעהויבן מער און מער קארגן, ווייל כדי צו שפארן פון די קאסטן, געבן זיי היינט צו-טאג אסאך ווייניגער ווי די מינימום, אפילו אויף אזוי ווייט ווי זיי 'טיילן' פאר יעדער ארעסטאנט א "באשטימטע" מאס 'אשר-יצר' פאפיר פער חודש...!, וואס מען דארף אויסרעכענען יעדן טאג "וויפיל שטיקלעך" מען האט נאך, אז עס זאל נישט אויסגיין ווען מען ברויך עס ניצן!.
אבער וויאזוי קען מען זיך א עצה געבן...?
אנשטאט אז די רעגירונג זאל צושטעלן די מינימאלע געברויכן זענען זיי אויפגעקומען אויף א וועג וויאזוי מען זאל קענען זיי העלפן פון אינדרויסן פון די תפיסה, זיי האבן געגעבן פאר יעדער ארעסטאנט א "ספעציעלע געלט אקאונט" וואו זיי האבן די מעגליכקייט צו באקומען געלט פון מענטשן אויף דער פריי וואס זיי קענען דאן ניצן פאר זייערע אויסגאבן. אין די ארעסטאנטן האבן א מעגליכקייט זיך אליין שאפן און קויפן די אלע זאכן פונעם "קאנטין" וואס געפונט זיך אין די תפיסה.
שלאף קליידער
עס איז זייער שווער און אומבאקוועם פאר אן ארעסטאנט וואס האט נישט די געלט אין תפיסה צו שאפן די אלע זאכן, און צו לעבן נאר אויף די אויבנדערמאנטע זאכן וואס די תפיסה שטעלט צו, וואס איז ווייניגער ווי דאס מינדערסטע וואס פעלט זיך אויס אז עס זאל הייסן געלעבט "נארמאל". מען רעדט דא נישט פון קויפן א מער "דיקערע מאטראץ", אדער א מער באקוועמע דאכענע אדער א ווייכע קאויטש, נאר פשוט פון די סאמע איינפאכע געברויכן וואס א מענטש קען זיך וואונטשן אונטער די איינגעצוימטע אומשטענדן. צום ביישפיל, די 'שלאף קליידער' וואס מען דעט צו שלאפן, זענען זייער אומבאקוועם, מען שוויצט דערינען, און עס איז זייער שווער צו שלאפן דערמוט, אבער פאר א פאר איבריגע דאללער, קען מען זיך קויפן אביסל מער נארמאלע 'שלאף קליידער'.
שטרימפ און שיך
די זעלבע זאך איז מיט אומבאגרעניצטע שטרימפ, אדער מער באקוועמע שיך, - וואס די שיך וואס זיי געבן איז ממש אומדערטרעגליך אנצוטוען עס טוט שטארק וויי די פיס יעדעס מאל מען שטעלט א טריט.
זייף
דאס זעלבע וועט אן ארעסטאנט נישט האבן אזעלכע איינפאכע זאכן ווי זייף, דעאדאראנט, ציין בערשטל, ציין פאסטע א.ד.ג. אן דעם וואס ער זאל האבן געלט זיך איינצוהאנדלען.
די מצב פון עסן
די עסן וואס זיי שטעלן צו איז ערגער פון שלעכט, טייל ארעסטאנטן זאגן אז זיי האבן געזען אויף די עסן שאכטלעך אין וואס די עסנווארג איז אנגעקומען אין טורמע די אויפשריפט, "עסן נישט געמאכט פאר מענטשן..., צו עס איז אמת אז עס שטייט אזוי דערויף ווייס איך נישט, אבער אז דער טעם און אויסקוק איז נישט געאייגנט פאר מענטשן, דאס איז זיכער אמת... יעדער ארעסטאנט וועט אייך עדות זאגן דערויף.
כשר עסן
פאר א איד איז נאך דער מצב פיל שווערער. די גוים באקומען טאקע קליינע פארציעס, אבער אידן באקומען נאך טאפלט קלענער פון די נארמאלע פארציעס, עס זענען טאקע דא געוויסע ארגאניזאציעס וואס שיקן די כשר'ע עסן, אבער גענוג איז צו זאגן אז זיי פארקויפן פאר די טורמע ביורא פון די שוואכסטע קוואליטעט וואס זיי מאכן.
אויב א איד וויל האבן נארמאל צו עסן און וויל עפעס צוקויפן, מוז ער צוקומען צו די געלט וואס מענטשן קענען אריינלייגן אין זיין אקאונט. נאך מער פעלט זיך דאס אויס ווען עס קומט א יום טוב וואס די פרייזן ווערן דאן נאך פיל העכער פאר כשר'ע עסן. אויב צאלט מען טייערער אויף דער פריי פאר כשר'ע עסן, איז דאס פי כמה אין תפיסה וואו די באאמטע רעכנען דערפאר טאפלט און דרייפאכיג מאל מער.
טעלעפאון
לאמיר נעמען א ביישפיל אזא פשוט זאך ווי דאס צו ניצן דעם טעלעפאן, א זאך וואס יעדער פון אונז טוט יעדן טאג אפאר מאל, אבער אין תפיסה איז מען גאר שטארק באגרעניצט דערצו, מען באקומט א רעכט פון 300 מינוט א חודש וואס מען קען רעדן אויפן טעלעפאון. נאכדערצו קאסט דאס פארן ארעסטאנט גאר אסאך געלט, ווען דער טאטע וויל רעדן צו זיין פרוי, אדער צו זיינע קינדער, אדער צו זיינע אייניקלעך, קאסט אים דאס א אים א היבש סכום געלט. ווער רעדט נאך אויב מען וויל רעדן ארויס צו אן אנדערע לאנד, ווי ארץ ישראל, איז דאס א טייערע מעשה.
מען קען זיך פארשטעלן די צער פון א טאטן וועלכער זיצט ליידער אין געפענגעניש פאר לאנגע יארן ל"ע, און איז גענצליך אפגעטיילט פון זיין משפחה, און ער וויל אביסל שמועסן מיט זיינע באליבטע וואס ער זעהט קוים עטליכע מאל אין יאר, ער וויל הערן די שטימע פון זיינ'ס א קינד אדער א אייניקל וואס האט יעצט געמאכט א חומש סעודה, ער וויל רעדן צו זיין בחור'ל וואס גייט יעצט בר מצוה האבן, ער וויל איהם זאגן א שטיקל הדרכה, אדער ווער רעדט נאך ווען מען האלט פאר א "שידוך שליסן" פון א קינד, מען דארף כסדר מיטהאלטן די אפעדעיט'ס, מען וויל הערן די מינימאלסטע פרישע נייעס וואס קומט פאר אין די משפחה, עס איז פאר א נייע יאר, די קינדער אין אייניקלעך ווילן אנוואונטשן פארן זיידן א גיט געבענשט יאר,
אבער..., ער האט נישט די מעגליכקייט צו האבן כאטש די דאזיגע מינעמאלע "לוקסוס" פון רעדן אויפ'ן טעלעפאן די עטליכע מינוט. מען קען טאקע סייווי נישט רעדן בלי גבול, און די מינוטן זענען באגרעניצט, וויל מען כאטש קענען רעדן דאס ביסל ערלויבטע צייט.
אבער..., אם אין קמח, אין טעלעפאן... אן קיין געלט קען ער נישט קויפן זיינע געגארטע, לעבנס-וויכטיגע "מינוטן".
אי מעיל
און דאס זעלבע איז מיט עלעקטראנישע פאסט (אי-מעיל), וואס דאס קאסט א פרייז פאר יעדע אי-מעיל.
בריוו
ווען ער וויל שיקן בריוו צו זיין פאמיליע, ער מוז קויפן סטעמפס, פאפיר און קאנווערטן, צו קענען שיקן בריוו. אויב האט דער ארעסטאנט נישט די עקסטערע פאר דאלאר אין זיין אקאונט, קען ער נישט שרייבן צו זיין פאמיליע, ער קען ניטאמאל אויסדרוקן זיינע געפילן אויפ'ן פאפיר און מוז זיי דערשטיקן אינעווייניג.
קאפיס
ווען דער ארעסטאנט וויל האלטן זיינע פערזענליכע זכרונות פון בריוו אדער דברי תורה וואס ער שיקט ארויס צו די פרייע וועלט, איז דא אין תפיסה א "קאפי מאשין" ווי מען קען מאכן קאפיס, מ'קען אויך קויפן ספעציעלע קארטלעך צו קענען מאכן קאפיעס ביים קאפיע מאשין, אבער ווידער קאסט עס א מטבע. און אזוי גייט עס מיט יעדע זאך, וואס ער וויל נאר טוען קאסט דאס געלט און צו דעם קענען נאר העלפן זיינע גיטע פריינד אין די פרייע וועלט.
פורים געלט
ווען מען שטיצט זיי מיט אביסל געלט, קען מען זיי העלפן, ווייל מיט די געלט קענען זיי באקומען פארשידענע ארטיקלען אינעם "קאנטין" פון די תפיסה, זיי קענען זיך מער פארבינדן מיט די דרויסענדיגע וועלט, זיי קענען אויך האב די הנאה פון שיקן "פורים געלט" פאר זייערע נאנטע, יא ווען דער ארעסטאנט זעהט אז אידן לייגן אריין געלט אין זייער אקאונט איז דאס איהם גורם א שמחה אויך דארט אינעם פונסטערן מצב! כהנה וכהנה זענען כסדר דא אויסגאבן, וואס מען קען נישט אויסרעכענען.
די שמחה ווען די אקאונט איז פיל
מען קען זיך פארשטעלן די שמחה פון א ארעסטאנט וואס איז אנגעוויזן אויף יעדן דאלער כדי צו האבן זיינע מינאמאלע מענטשליכע באדערפענישן, און ער זעהט ווי זיין קאסע ליידיגט זיך אויס, און ער טשעקט יעדן טאג זיין "אקאונט" אולי יחוס, אז זיינער וועט איהם שוין עפעס מנדב זיין אפאר דאללער, און ווען ער שטייט אויף איין טאג צופרי, און ער זעהט אז אידן רחמנים בני רחמנים האבן איהם אינזינען געהאט און זיין אקואנט איז אביסל גרעסער געווארן, דאס איז באמת א זאך וואס מען קען מחיה זיין די אידן.
דער ארעסטאנט האט אויך די מעגליכקייט צו ניצן דאס געלט וואס ער פארמאגט אין זיין אקאונט אויף אנדערע זאכן. ער קען עס שיקן וואו ער וויל, ווי למשל אהיים צו זיין פאמיליע, אדער צו קויפן ספרים און אזוי ווייטער.
די אלע זאכן צוען אריין און גאר אסאך הוצאות, וואס דאס איז חוץ פון דעם וואס די וויזיטן אליין קאסט בערך 500$ א חודש- און אחוץ פון די לעגאלע קאסטן, און אנדערע הוצאות וואס קומען אן אומגעראכטן
ממילא בעטן איך פון אייך טייערע ברידער רחמנים בני רחמנים! ביטע העלפט ארויס מיין טאטע
ביטע שטעלט אויס אטאמאטישע חודש'ליכע נדבות, אדער פון צייט צו צייט איינמאליגע נדבות
תזכו למצוות
הק' שלמה סאמעט
בן הרה"ח ר' מרדכי יצחק שליט"א

Welcome and thanks for your will to help my father
My name is Shloima Samet the son of R' Mordche Yitzchok ben Feiga Yides Samet Shlita. My father has been in Federal Prison for over sixteen years, on a twenty-seven-year sentence for a financial, white collar charge. While my father has paid back all alleged victims 100%, my father, and the entire family continue to suffer tremendously.
In no way can I describe the pain and suffering that my dear mother, siblings, elderly grandparents and extended family have been going through every day for the past sixteen years. I thank the entire community, for all the help we have received in the past. All our living costs, and my father’s legal fees have largely been funded for by the generosity of acheinu bnei yisroel. There is no question that those who have invested in the mitzvah of pidyon shvuyim, and the zechus of raising our beautiful family will reap great rewards both in this world and in the world to come.
While money isn't everything, money right now is of utmost importance. After I got married I committed to doing all I can to bring our loving father back to my mother and family. For myself, personally, this will enable me to fulfill the great mitzvah of honoring my mother and father, but for you, this is your chance to fulfill the great mitzvah of pidyon shvuyim.
This fund will help my father financially for all his needs, legally, support for his livelihood, and help for his family. I'm reaching out to friends, family, or whoever has a good heart. You can make a small donation every month automatically. And hope very soon there will be an end to it and will not need any more help. Also, you can make a one-time donation now or during the holidays, etc.
While in prison many “luxuries” we take for granted, are not provided, and this is where a little money can greatly relieve some of his suffering in prison. Things like better kosher food, personal items, telephone calls, letters, clothing, shoes, etc. are all attainable but for a fee. We still have not found a way to bring him home. Let us do our best to reduce the suffering somewhat.
If you're interested to have an idea of what living in prison is like and its expenses, click here.
My dear brothers and sisters, please grab this opportunity, participate in this great mitzvah, and kindly donate. No donation is too small, and every dollar is appreciated.
For further details and information or for and any suggestions on helping please contact me at sametfund@gmail.com I appreciate it very much.
Thank you very much.
With honor and respect,
Shloima Samet
Son of Reb Mordechai Yitzchok
