באצאלן דעם ליגעל טיעם

$22,140.41

Raised

Donations

$50,000

Goal


ב"ה! ס'איז דא גוטע נייעס ביי מיין טאטנ'ס קעיס!

הערט דעם אינטערוויא מיט שלמה סאמעט קליקט דא

דא שרייבט צו אייך שלמה סאמעט בן הרה"ח מרדכי יצחק בן פיגא יהודית הי"ו


עס איז שוין ליידער גוט באקאנט אז מיין חשוב'ע טאטע זאל זיין געזונט, זיצט שוין אין טורמע אוועק פון אונזער שטוב פאר כמעט 18 יאר ה"י (זייט איך בין געווען א קליין אינגל פון 5 יאר), במשך פון די פארגאנגענע יארן האט מען שוין געטוהן פארשידענע השתדלות'ער אים אהיימצוברענגען, אבער דערווייל איז דער רצון השם געווען אנדערש, אלע באמיאונגען, לויער'ס, פעצטיציעס, זענען ליידער דורכגעפאלן לדאבון לב כל בית ישראל, - אבער טראץ דעם, איז מיין טאטע אונז שטענדיג מחזק, מיט זיין שטארקע פעלזן פעסטע אמונה, אז "אט אט וועט קומען די מינוט, און עס וועט נאך זיין א גרויסער קידוש השם!". 


אין די לעצטע 1 ½ יאר ארבעטן די חשוב'ע עסקנים שיחיו, אויף א קריטיש-וויכטיגע "לעגאלע פרוצעדור", וועט דאס בעז"ה אריינברענגען א גאר נייע "סעטואציע", סיי איהם צו פארגריגערן אויף א גאר גאר שטארקער פארנעם, און אויך וועט דאס איהם ארויסהעלפן בנוגע זיין גאנצן קעיס, און דאס וועט אויך גאר שטארק פארלייכטערן אונזער משפחה'ס מצב.


עס איז שווער ארויסצושרייבן דא אלע דעטאלן, וואס מען דארף מסדר זיין, און וואס עס איז שוין געטוען געווארן דערפאר, אבער אזויפיל קען איך זאגן אז אסאך שווייס און שווערע עסקנות איז אריינגעלייגט געווארן דערינען, און אייגענטליך איז דאס געווען די סיבה פארוואס מען האט אים געטרענספערט קיין "עלנוואד פענסלוועיניע", ווי ער געפונט זיך איצט גאר ווייט פון די משפחה, (לכה"פ 3 שעה), צוליב וואס דער פרוצעדור דארף אריבערגיין א "קאורט", וואס נאר דארט אין די "עלנוואד" טורמע, איז דא די ספעציעלע "קארט רום" פאר די סארט ענינים.


במשך פון די לעצטע תקופה ווארט מען שוין בכליון עינים אז מען זאל ווערן "אפראווד" פאר'ן קארט.


ב"ה אז מיר קענען מעלדן די בשורה טובה, אז די קארט האט אנגענומען זיין קעיס!, און עס איז באשטומט געווארן א דאטום פאר מארטש 18 (י"א אדר ב' הבעל"ט), וואס דעמאלטס וועט פארקומען א קאורט, וואו דער שופט וועט ארויסגעבן דעם פסק, ובעז"ה האפנטליך לטובותינו.


עס איז איבריג מסביר צו זיין אז ווען מען רעדט פון א קאורט, דארף דאס זיין גאר גוט לעגאל צוגעגרייט, און דערפאר האבן מיר אויפגענעמען א גוטן "ליגל טיעם" מיט די בעסטע ערפארענע לויער'ס, וואס זאלן צוגרייטן דעם קעיס, און איהם פארטיידיגן ביי דעם משפט, ב"ה, לויט ווי די לויער'ס זאגן אונז, איז - על פי דרך הטבע - דא גאר גוטע שאנסן אז מיר זאלן געווינען דעם קעיס בעז"ה.


אבער ווי פארשטענדליך זענען די לעגאלע קאסטן גאר הויעך, און מיר האבן זיי גארענטירט אז ביז א חודש וועט אי"ה זיין דאס גאנצע געלט, און מען רעדט דא פון בערך 60,000.00$! און אויף דעם סמך האבן זיי שוין אנגעהויבן צו ארבעטן אויף זיין קעיס, ווי טאג טעגליך ווערט בעז"ה געמאכט פארשריט צו זיין פולקאם צוגעגרייט מיט אלע נויטיגע פאפירן וואס מען דארף.


דעריבער ווענד איך מיר דא צו אחב"י שיחיו מעומק הלב


טייערע הארציגע ברידער, עס דארף געשאפן ווערן אין איין חודש דאס גאנצע געלט, ב"ה אז ווען איך האב מיר געוואנדן צו טייערע אידן האבן זיי מיר ארויסגעהאלפן, און אין די לעצטע וואכן האב איך שוין צוזאמגעשטעלט 10,000.00$!, אבער עס איז ווייט פון גענוג, איך ברויך האבן נאך 50,000.00$!  כדי אז די לעגאלע קאסטן זאלן ווערן פולקאם געדעקט!


טייערע ברידער רחמנים בני רחמנים... איר האט שוין אסאך געטון פאר מיין טאטן שליט"א, איר האט שוין געשריבן פעטציעס, און אפילו מנדב געווען סיכומים, מי כעמך ישראך!, אבער איך בעט אייך נאכאמאל פון הארץ צו הארץ, חזקינו אך הפעם! לאזט מיר נישט פאלן! און מאכט זיכער אז מיר זאלן קענען באצאלן צייטליך


אויב ווילט איר געבן א גרעסערע נדבה אדער איר ווילט וויסן מער אינפארמאציע, אדער פאר סיי וואס קענט איר זיך פארבינן מיט מיר אויף: [email protected], אדער קענט איר לאזן א מעסעדש אדער טעקסטן צו:  845-379-1264 ווי איך וועל אייך בעז"ה זיך פארבינדן מיט אייך.


א יישר כח פאר אייער נדבה, דער אייבירשטער זאל אייך באצאלן בכופלי כפלים, וימלא ה' משאלות לבכם לטובה ולברכה אמן.


הק' שלמה סאמעט

בן הרה"ח ר' מרדכי יצחק הי"ו


ארויפצוגיין אויף די ליסטע צו באקומען דעם "גליון מודה אני" יעדע וואך קליקט דא

Choose amount Information Payment
    Designation
      A donor account is created automatically for recurring donations. Account setup info will be emailed to you.
      You can log in to edit your recurring donation any time
      The 3-4 digits on the back of your credit card
      Enter the Zip/Postal code for your credit card billing address
      Donate from your bank using Plaid, a secure and encrypted bank transfer service.

      You can log in to edit your recurring donation any time

      Mordechai Samet and Family Fund does not have a tax-exempt status

      Donor Wall63

      Eliezer | $18

      May we hear besuros tovos bekorov mamish!

      Yoel Gotlieb | $18.88

      Shloime Schwimmer | $51.90

      המקום ירחם שיוציאך בקרוב ממש מאיפלה לאורה

      Benzion Lowy | $180

      Esther Shagalov | $100

      Elye Weiss | $10

      Michoel Berkowitz | $150

      Yitzchok Ekstein | $125

      Mendel Feldman | $100

      Efraim Weiss | $50

      Duvid Yida Aron | $100

      חזק ואמץ. איך בין מקנא דיין כיבוד אב

      Alter Moishe Klein | $500

      Dovid Feldman | $18.88

      I wish that i can give more. May Hashem help that this be successful and Mordche Yitzchock be free soon

      אהרן

      יא אדר ב תשעט זכאי בדין בגימטריא מרדכי יצחק בן פיגא יהודית זכאי

      chesky greenfeld | $18

      YAAKOV MOSHE Ganz | $103.50

      Chana Fulop | $100

      lieb frankel | $15

      Yida Frankel | $13

      Samuel Guttman | $21.62

      YNH Construction Inc. | $360

      chaim ber keep it up

      Pesach Feldman | $18

      Jacob Katz | $18

      Shia | $18

      Elimelech Schwartz | $18

      Yoel Bittman | $36

      Joel Herskovic | $18

      Judah Hollender | $20

      Yossi Lebowitz | $72

      Hershel Grossberg | $18

      שלמה איך באוואונדער דיין געטריישאפט