צינד אן נרות חנוכה אינעם פונסטערן גרוב
$10,551.70
Raised
232
Donations
$5,000
Goal
צינד אן אורות חנוכה אינעם פונסטערן גרוב
עס איז שוין ברייט באקאנט אז מיין חשוב'ער טאטע הר"ר מרדכי יצחק בן פיגא יהודית סאמעט הי"ו שמאכט שוין אין תפיסה לאנגע יארן אזוי אז דעם חנוכה וועט זיין דער 17'טער יאר וואס ער צינד די חנוכה לעכט אינעם פונסטערן טורמע צעל ר"ל.
אין די לעצטע וואכן האט מען צוליב פארשידענע סיבות (וואס מען האפט עס וועט ברענגען גונסטיגע רעזאלטאטן), געטרענספערט מיין חשוב'ן טאט'ן שיחיו פון 'אטאיסוויל' ניו יארק, צו א נייער טורמע אין ווייטן פענסלוועיניע (עלנוואד פענסלוועיניע). )פאר מער אינפארמאציע בנוגע דעם טרענספער קענט איר זעהן אינעם גליון "מודה אני" (גליונות כח-כט- ל-לא).
דאס זיך איינגעלידערן אין א נייע טורמע איז נישט קיין זאך וואס גייט אזוי פשוט און גלאטיג, און פאר א חריד'ישער איד אוודאי נישט, עס איז פארבינדן מיט גאר אסאך הוצאות, אנגעהויבן פון זיך פארשאפן נייע קליידער, שיך, א.א.וו., (יא, ווי לעכערליך עס הערט זיך, עס איז א פאקט אז די ארעסטאנטן אויב זיי ווילן אביסל מער 'נארמאלערע' פרישע קליידער, אדער ניצבארע שיך, דארפן זיי באצאלן דערפאר...).
אזוי אויך בנוגע דאס באקומען נארמאלערע כשר'ע עסן, וואס טראץ וואס די טורמע שטעלט צו געזעצליך כשר'ע עסן, איז דאס נאר פשוטע, טריקענע, מאגערע פארציעס, וואס עס איז קוים ראוי לאכילה, ומכ"ש נישט כדי שביעה, ובפרט ווען עס קומט די שבתים אין ימים טובים, ווען מען שטעלט גארנישט צו מער, חוץ א קליין באטל גרעיפ דשוס אין אפאר מצות, ותו לא מידי.
אזוי אויך מיט די פשוטע נארמאלע פערזענליכע חפצים, דארף מען זיך פריש איינהאנדלען, אפילו די זאכן וואס מען האט שוין געהאט אין די פריעדיגע פלעצער, דארף מען דאס נאכאמאל איינקויפן.
נאך א ענין וואס קאסט געלט איז דאס אויסרישן די ווענדינג מאשינען אין די 'וויזיטינג רום', וואס דאס איז די איינציגסטע זאך וואס די באזיכער קענען קויפן פאר'ן ארעסטאנט, וואס אין 'אטאיסוויל' איז דאס מסודר צוליב וואס עס געפונען זיך ליידער דארט א גרעסערע צאל פון חרדי'שע אידן ה"י, אבער אין 'עלענוואד' וואס איז ממש א מדבר שממה בנוגע אידישקייט, צוליב דעם פעלט זיך אויס זייער וויכטיג מסדר צו זיין אז מען זאל קענען באקומען עפעס כשר'ס.
דעריבער איצט אין די ימי החנוכה, ווען איר זיצט אינאיינעם מיט אייערע בני בית בנים ובני בנים סביב לשלחניך אונטערן שאטן פון די חנוכה ליכט, בעט איך אייך מעומק הלב, האט אינזינען מיין חשובן טאט'ן שיחיו אז ער זאל זיך קענען אביסל אויסרישן אין זיין טורמע צעל, וואס דאס וועט אביסל פארגרינגערן זיין שווערן מצב, און אריינברענגען אביסל ליכטיקייט אינעם פונסטערן גרוב, וכידוע דער פסק פון רמ"א בנוגע מרבה צו זיין בצדקה בימי החנוכה.
לויטן חשבון פון די געוואלדיגע הוצאות קומט עס אויס צו גרויסע סיכומים, וואס דאס איז צוטיילט אויף עטליכע סארט הוצאות, א) די איצטיגע גרויסע הוצאה פון זיך אויסרישן פון דאסניי, ב) די חודש'ליכע הוצאות פאר די פערזענליכע געברויכן, (טעלעפאן, אי מעיל, בריוו'ן וכדומה, ועוד ועוד שאכמ"ל) ג) די לעגאלע הוצאות.
דעריבער האב איך באשלאסן זיך צו ווענדן צו אחב"י שיחיו, מיט א ספעציעלן "חנוכה געלט קאמפיין" מיט א ציל צו שאפן $5000 במשך פון די ימי החנוכה, וואס דאס וועט בעז"ה שטארק פארגרינגערן דער איצטיגער שווערן מצב, וואס מיט די געלט וועט איר דירעקט מהנה זיין מיין טאטע שיחיו אויף א פערזענליכן אופן.
ובזכות זה זאלט איר זוכה זיין געהאלפן צו ווערן בכל מילי דמטיב, און די אורות פון חנוכה זאל ביילאכטן אייער שטוב, און איר זאלט זוכה זיין צו כל מיני ישועות, בב"א.
שלמה סאמעט
בן הר"ר מרדכי יצחק שליט"א
ארויפצוגיין אויף די ליסטע צו באקומען דעם "גליון מודה אני" יעדע וואך קליקט דא